Background Image

Drohobycz / דראָהאָביטש

Die Fahrt von Czernowitz nach Lemberg führt uns zurück über den Pruth und den Dniestr nach Drohobycz, die Geburtsstadt von Ephraim Moses Lilien und Bruno Schulz. Dort halten wir vor der frisch restaurierten Synagoge mit der obligatorischen ukrainischen Innenausmalung in entsprechenden Blau- und Gelbtönen. Unser ukrainischer Führer durch die Synagoge sticht dabei merklich in den wesentlich kräftigeren Blau- und Gelbtönen seiner Trainingsjacke von den ihn umgebenden Gewölben ab und verstärkt dieses Hervorstechen durch den unter der Trainingsjacke getragenen pinken Pullover.

An der linken Seitenwand der Synagoge hat man eine Ausstellung über das Schicksal der Juden in Drohobycz zusammengetragen. Einige Tafeln sind dem großen Erdölboom im 19. Jahrhundert gewidmet, andere berühmten jüdischen Persönlichkeiten, darunter auch dem Maler Maurycy Gottlieb, die abschließenden der Shoah, eine davon für das deutsche Ehepaar Beitz, welches vor Ort zahlreiche Juden gerettet hat, indem es diese als unabdingbare Mitarbeiter einstufen ließ und regelmäßig über geplante Razzien informierte.

Gedenktafel für Bruno Schulz in Drohobycz

Deutlich weniger Glück hatte Bruno Schulz, der zwar einen gewissen Schutz von einem Gestapo-Mann genoss (er hatte für ihn die Wände seines Kinderzimmers gestaltet), dann jedoch wegen einer läppischen Racheaktion (Auge um Auge, Zahn um Zahn) von einem anderen Gestapo-Mann, dessen jüdischen Zahnarzt der Bewacher von Bruno Schulz umgebracht hatte, auf der Straße erschossen worden war.

 

דערמאָנענדיק זיך אין די לידער פֿון ביילע שעכטער-גאָטעסמאַן, פֿאָרן מיר אַריבער דעם פרוט און דעם נעסטער. מיר שטעלן זיך אָפ אין דראָהאָביטש און באַזוכן די גרויסע, נײַ אויפֿגעריכטע שיל, וואָס מע האָט זי אויסגעמאָלט אינעווייניק אין די אוקראַיִנישע קאָלירן בלאָ און געל. נאָר אונדזער מדריך אַליין טראָגט אַ מאַרינאַרקע וואָס איר בלאָ און איר געל זענען אַ סך שטאַרקער און טונקעלער פֿאַר די קאָלירן פֿון דער שיל און פֿון אונטער דער מאַרינאַרקע זײַנער שטאַרצט אַרויס סתּירהדיקערהייט אַ פינק-ראָזעווער סוועטער

אין דער שיל האָט מען צונויפֿגעשטעלט טאָוולען וואָס זאָגן עדות וועגן דער געשיכטע פֿון די דראָהאָביטשער ייִדן. זיי דערציילן וועגן דער תּקופֿה פֿונעם אינדוסטריעלן אויפֿבלי ווען מע האָט אָנגעהויבן עקספלואַטירן דעם נאַפֿט און ייִדן האָבן זיך אַריבערגעפעקלט אין אָט דעם קאַנט. פֿאַראַן אויכעט טאָוולען וועגן די דאָיקע ייִדישע קינסטלער, למשל אפֿרים משה ליליען און מאַוריצי גאָטליב, וואָס זײַו אויטאָפאָרטרעט ווי אַ נע-ונדניק איז אפֿשר דאָס סאַמע באַוווּסטע פֿון זײַנע געמעלן. אַנדערע טאָוולען דערציילן וועגן חורבן און וועגן דעם דײַטשן פאָרל בײַץ וואָס האָט געראַטעוועט ייִדן, טענהנדיק אַז מ'קען זיך נישט באַגיין אָן אָט די מיטאַרבעטערס, און זיי אַפֿילו צו דער רעכטער צײַט געוואָרענט פֿאַר די אָבלאַוועס פֿון די דײַטשן

מאַוריצי גאָטליב, אויטאָפאָרטרעט ווי אַ נע-ונדניק פֿון 1876

אפֿרים משה ליליען, פאָרטרעט פֿון 1910

ברונאָ שולץ איז נישט געווען צווישן די מזלדיקע, כאָטש ער האָט געהאַט אַ פערזענלעכן "פראָטעקטאָר", וואָס איז געווען איינער פֿון די עסעס-לײַט, פֿעליקס לאַנדאַו. לאַנדאַו האָט אפֿשר מער עקספלואַטירט ווי "פראָטעזשירט" שולצן, אַ שטייגער האָט דער שרײַבער און צייכענער געמוזט באַמאָלן די ווענט פֿון אַ קינדערשטוב. צוליב דעם איז נאָך מיט אַ יאָר צען צוריק געווען אַ סיכסוך צווישן די מדינות פֿון אוקראַיִנע און ישׂראל (ווער מעג ירשענען אָט דעם זכר פֿון אַזאַ גרויסן קינסטלער וואָס איז דערהרגעט געוואָרן בײַ אונדז אין אייראָפע?) וואָס עס זאָל נישט זײַן, ס'האָט שולצן נישט געהאָלפֿן צו האָבן אַזאַ "פראָטעקטאָר", וואָרן פֿעליקס לאַנדאַו האָט זיך צעבושעוועט פנים-אל-פנים מיט אַ מאַן, אַ דענטיסט וואָס ער איז "פראָטעזשירט" געוואָרן פֿונעם עסעס-מאַן קאַרעל גינטער, און אים דערשאָסן. האָט מן-הסתּם אָט דער קאַרעל גינטער געוואָלט נעמען נקמה און מיט איין קויל פֿאַרענדיקט אַ וועלטל פֿול מיט חלומות פֿון צימרינג