Background Image

סאַבינע בעליך

דעם 8טן אויגוסט 2016 איז נאָך אַ שווערער קראַנקייט געשטאָרבן סאַבינע בעליך, אַ מענטש מיט אַ סך פֿאַרדינסטן פֿאַרן פֿאַרשפּרייטן די ייִדישע שפּראַך און קולטור, און די פֿאָרזיצערין פֿון דער האַמבורגער שלמה־בירנבוים־געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש

אין די יונגע יאָרן האָט סאַבינע שטודירט אין מינכן אויף דער פֿילם־הויכשול. דער אינטערעס פֿאַרן פֿילם איז בײַ איר פֿאַרבליבן אויפֿן גאַנצן לעבן, און האָט זיך אַרויסבאַוויזן אויך שפּעטער, בײַם פּראָגראַמירן פּראָיעקציעס פֿון ייִדישע פֿילמען אין האַמבורג. מיט ייִדיש האָט זי זיך באַגעגנט ערשט בשעת אירע יודאַיִסטיק־ און רעליגיע־שטודיעס אין פּאָטסדאַם. זי האָט זיך געלערנט בײַם פּראָפֿעסאָר קאַרל־עריך גרעצינגער ,בײַ וועמען זי האָט אָנגעשריבן איר מאַגיסטער־אַרבעט וועגן דעם ייִדישן מיסטיציזם אינעם ווערק פֿון דעם ניסתּר. די אַרבעט, אין וועלכער זי האָט אַנאַליזירט זײַן דערציילונג „נײַ־גײַסט“, איז שפּעטער אַרויס אין בוכפֿאָרעם

סאַבינע איז אויך געווען אַרײַנגעטאָן אין פּאָליטישער און געזעלשאַפֿטלעכער טעטיקייט. זי איז לאַנגע יאָרן געווען פֿאָרשטייערין פֿון די גרינע אינעם האַמבורגער פּאַרלאַמענט. צוזאַמען מיט איר מאַן, מאַרטין שמידט, האָט זי געגרינדט די געזעלשאַפֿט צו פֿאָרשן ייִדישע געשיכטע אין בלאַנקענעזע — אַ פֿערטל פֿון האַמבורג וווּ זי איז געבוירן געוואָרן און וווּ זי האָט זיך אומגעקערט ווי אַ דערוואַקסענע. די געזעלשאַפֿט האָט זיך פֿאַרנומען, צווישן אַנדערע, מיט דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער קינדערהיים אין בלאַנקענעזע, וואָס מע האָט געגרינדט נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. דורך דער דאָזיקער היים זענען אַדורך, אויפֿן וועג קיין ארץ־ישׂראל, הונדערטער קינדער, פּליטים פֿונעם חורבן (אַ סך פֿון זיי האָבן זיך געראַטעוועט פֿונעם לאַגער בערגען־בעלזען). די געזעלשאַפֿט האָט זיך דעמאָלט געשטעלט אין קאָנטאַקט מיט דער אָרגאַניזאַציע „קינדער פֿון בלאַנקענעזע“ אין מדינת־ישׂראל. דער רעזולטאַט דערפֿון איז געווען אַ באַזוך אין האַמבורג פֿון 120 אַמאָליקע „קינדער" און זייערע משפּחות. סאַבינע האָט געאַרבעט בײַם צוגרייטן די אויסשטעלונג „פֿיר מאָל לעבן : דער ייִדישער גורל אין בלאַנקענעזע“. מע האָט דאָרטן געוויזן די געשיכטע פֿון פֿיר ייִדישע פּערזענלעכקייטן פֿון בלאַנקענעזע, וואָס האָבן זיך גענומען דאָס לעבן אַ טאָג פֿאַרן פֿאַרשיקן זיי אין לאַגער טערעזיענשטאַט. צווישן זיי איז געווען סאַבינעס עלטער־באָבע, די שרײַבערין און כּלל־טוערין סאָפֿי יאַנסען . סאַבינע פֿלעגט פֿאַרברענגען גאַנצע טעג אין אַרכיוון, זאַמלענדיק מאַטעריאַלן צו דער אויסשטעלונג און אָרגאַניזירנדיק באַגלייט־אַקטיוויטעטן און רעפֿעראַטן. די אויסשטעלונג האָט צוגעצויגן אַ סך האַמבורגער אײַנוווינער און געמאַכט אַ גוואַלדיקן רושם אויפֿן עולם

אונדזער שלמה־בירנבוים־געזעלשאַפֿט האָט אַ סך צו פֿאַרדאַנקען איר וויסנשאַפֿטלעכן צוגאַנג און אירע אָרגאַניזאַציאָנעלע טאַלאַנטן. זי האָט זיי אַרויסגעוויזן, צווישן אַנדערע, אין 2015, בײַם צוגרייטן דעם סעמינאַר לכּבֿוד דעם 20סטן יובֿל פֿון אונדזער געזעלשאַפֿט. דער סעמינאַר איז געווען געווידמעט אונדזער פּאַטראָן , דעם לינגוויסט שלמה בירנבוים, וואָס איז געווען דער ערשטער ייִדיש־לעקטאָר אויף דער אוניווערסיטעט האַמבורג (און אין גאַנץ אייראָפּע). גלײַכצײַטיק האָט זיך סאַבינע מיט אַ סך התמדה פֿאַרנומען מיט דעשיפֿרירן אָפּגעהיטענע בריוו פֿון געטאָס, וואָס זענען געווען קוים פֿאַרשטענדלעך. אירע איבערזעצונגען פֿון ייִדיש אין דײַטש זענען אָפּגעדרוקט געוואָרן אין אַ באַנד געווידמעט דעם חורבן. אינעם לעצטן יאָר האָט סאַבינע אָנגעהויבן, מיט גרויס ענטוזיאַזם, געבן לעקציעס פֿון ייִדישער ליטעראַטור אין דער האמבורגער פֿאָלקסהאָכשולע

מיר האָבן פֿאַרלוירן אַ שעפֿערישע, איבערגעגעבענע אָרגאַניזאַטאָרין, אַן ערנסטע פֿאָרשערין, און דער עיקר — אַ טײַערע חבֿרטע

 

פֿון דאַנקאַ קאָוואַלסקי

אַריבערגעזעצט פֿון פויליש אויף ייִדיש פֿון נאַטאַליאַ קריניצקאַ, פאַריזער מעדעם-צענטער

אָט דער נעקראָלאָג - קוים איבערגעאַנדערשט - איז דערשינען ,גיכער פֿון אונדזערן וועבאָרט ,אין אָקטאָבער 2016 אינעם ייִדישן טעם–טעם